Wednesday, May 14

טאטש דיימאנט

נייע פאון פון HTC, "טאטש דיימאנט" א צוגאבע צו זייער "טאטש" ליין.
ווי אנדערע "טאטש" פאונס איז עס איז א ווינדאוס מאביל פאון , אבער עס פרובירט שטארק נאכצומאכען די אייפאון.


Wednesday, June 27

באטערי עצות

אמאל מאכט זיך (ספעציעל אין קאנטרי) אז מען דארף א געוויסע באטערי, אבער מען האט נאר א צווייטע סארט. מיט אביסל מחשבה קען מען זיך א עצה געבן.

דא וועט איר זען וויאזוי איר קענט ארויסבאקומען פון איין 9 Volt זעקס AAA באטעריס!

פאר די וואס האבען ליב צו פארשטיין: א 9 Volt Battery גיבט ארויס 9 וואלטס, א AAA גיבט ארויס 1.5 , אבער די קליינע באטעריען וואס ליגען אין די 9 Volt זענען נאר 1.5 each , נאר צוזאמען גיבן זיי ארויס 9 volts 6 X 1.5 = 9 .

אין די בילד קענט איר זען וויאזוי מען קען ניצען C batteries אנשטאט D Batteries. פיל אויס די ליידיגע פלאץ מיט מטבעות אדער א אנדערע מאטריאל וואס פירט אריבער עלעקטעריק, ווי צבש"פ זילבער פאפיר.


Sunday, June 17

פערזענליכע פינאנץ: א פרייע וועב פראגראם האלט חשבון אויף אייער בודזשעט

בואו חשבון, פרובירט אויס די נייע וועב פראגראם "Expensr" און איר וועט האבען א קלארע בילד ווי אייער געהאלט ווערט אזוי ווינדערליך פארשווינדען.
עס האט די מעגליכקייט צו דאונלאדען OFX files פון אייער באנק און Credit Card provider'ס וועבזייטלעך.
איר קענט זען אין אנאליזירען דעם סך הכל אין א שיינע Pie Graph.

עס איז נאך ניי, אבער עס קוקט אויס גאר גוט. עס איז באטעמטער פון Quicken און Microsoft Money פרוביר
ט עס אויס, אין לאזט הערן אייער מיינונג אין די קאמענטארן.

Expensr

Wednesday, June 13

אימעיל: היסטארישע דורכברוך, יאהו אימעיל געבט אנלימיטעד סטארעדזש אומזינסט!



נאך עטליכע יאר וואס גוגל האט אנגעהויבען ארויפצוטרייבען די Storage Space ביי אימעיל, אין דערמיט גורם געווען אז אלע אנדערע ווי Yahoo און msn זאלען אויך פארמערן זייער Storage Space איז עס אין א קורצע צייט ארויף פון 4 MB צו עטליכע GB, (גוגל האלט היינט ביי 2.8 GB, יאהו האט ביז היינט געגעבן 1 GB) האט היינט יאהו געגעבן דעם גרעסטען שפרונג, פון היינט און ווייטער איז עס אנלימיטעד! דאס הייסט אז מען קען שוין האלטען אימעיל אן קיין שיעור, איר דארפט נישט אויסמעקן קיין אלטע אימעיל!
עס איז א צייכען אויף די נידעריגע דיסק פרייזען וואס האלטען אין איין פאלען, עס איז ערווארטעד אז די אנדערע וועלן עס נאכמאכען, אין אנדערע ווערטער, דיסק ספעיס איז שוין היינט נישט קיין פאקטאר.

Tuesday, June 12

נייעס: SAFARI אויף ווינדאוס!

Steve Jobs CEO פון Apple האט אין זיין נעכטיגע קינאוט רעדע ביי די עפל דעוועלאפערס קאנפרענץ אין קאלעפארניע , צווישען אנדערע גאר אינטערעסאנטע פרטים געמאלדען אז עפל וועט פראדוצירען א ווערסיע פון די Safari בראוזער אויך פאר ווינדאוס !

ער האט אויך געוויזען רעזולטאטען פון בענטשמארק טעסטס אז סאפארי איז מער ווי צוויי מאל אזוי שנעל ווי Internet Explorer 7 ווי אויך אביסעל שנעלער פון פייערפאקס.

עס איז שוין יעצט אוועליבעל ווי א בעטא דאונלאעד, פרובירט עס אויס, און לאזט הערן אייער מיינונג אין די קאמענטארען.

סאפארי

Sunday, June 10

געזונט: א פרייע (דערווייל) פראגראם צו שטארקען די מח און זיכרון


ווילט איר שנעלער טראכטען? בעסער געדענקען?א נייע וועב זייטעל וואס ריפט זיך Lumosity וואס שטעלט צו א פראגראם וואס שטארקט פארשידענע פונקציעס פון די מח, ווי זיכרון, תפיסה, און נאך.

די פראגראם וועט בקרוב קאסטען געלט, עס איז דערווייל בחנם ווי לאנג זיי פרובירן עס אויס (Beta).
כאפט אריין ווילאנג עס איז אומזינסט, און טיילט מיט פארען עולם אייער עקספיריענס אין די קאמענטארן.

Lumosity - Brain Fitness and Memory Improvement


וועב: געריכט צווינגט פייל שערינג וועבסייט צו האלטען רעקארדס

א שופט האט פארגאנגאנע חודש געאורטיילט אז א פייל שערינג וועבסייט איז מחויב צו האלטען רעקארדס פון באזוכער (IP Address) טראץ דעם וואס די סייט שרייבט קלאר ארויס אין זייער Privacy policy אז זיי לייגען נישט אוועק קיין פרטים פון באזיכער.
די אורטייל איז געהאלטן געווארען אין געהיים אין איז יעצט אויפגעדעקט געווארען דורך די פרעסע. די וועבסייט האט אפעלירט די אורטייל.
די רעקארדס קענען שפעטער ווערן פארלאנגט דורך פירמעס און ארגענעזאציעס וואס באקעמפען Software Piracy,
עס איז ראטזאם צו זיין פארזיכטיג, מען קען נישט וויסען ווער עס קומט אויף די רייע, לעצטענס זענען זיי אויסערגעווענליך אגרעסיוו.

Tuesday, June 5

וועב: באבוב בראדקעסט מופט צו נייע אדרעס

שוין א שטיק צייט וואס איך זיך ארום די געשמאקע וועבזייטעל "באבוב בראדקעסט" אויף איר אדרעס www.bobovbroadcast.comאבער ווי אין וואסער אריין, כ'האב געמיינט אז עס עקזעסטירט נישט מער.

למעשה האב איך קאנטאקטעד דעם וועב מייסטער, און איך ווער געוואויר אז זיי האבן פשוט געטוישט דעם אדרעס.
אט דאס איז די נייע אדרעס


עס איז דא צווי סטרימס איינס פון ניגוני באבוב, און די צווייטע פון ניגוני משה גאלדמאן,

הערט און האט הנאה.

וועב: עסק.קאם (Ask.com) באנייט זייער וועב זייטעל

עסק.קאם (Ask.com) , איינע פון די קלענערע שפילער אין די "וועב סיערטש" (web search) אינדוסטרי, מיט בלויז ארום פינעף פראצענט פון די מארקעט (Google האט קרוב צו פופציג), האט יעצט באנייט זייער וועב זייטעל מיט א מאדערענע ליידיגע היים בלאט, וואס מען אויך קאסטומייזען צום געשמאק, ענליך צו גוגל'ס .אייגוגל
ובעיקר די רעזולטאטן בלאט, איז איננגעטיילט אין עטליכע חלקים, מיט רעזולטאטען אין פארשידענע קאטאגאריעס, און פארשידענע מעגליכקייטען.

Ask.com


Monday, June 4

געלט: צאלט נישט פאר א קרעדיט רעפארט


פירמעס קענען בעטן $30 - $150 דאלער פאר א קרעדיט רעפארט)Credit Report).
וואס זיי דערציילען נישט איז, אז לויטען געזעץ זענט איר בארעכטיגט פאר א פרייע קרעדיט רעפארט איינמאל א יאר פון איטליכע פון די דריי גרויסע קרעדיט רעפארט פירמעס.
Equifax, Transunion, Experian

איר קענט עס באשטעלן אויפן טעלעפאן און באקומען אין די פאסט.
אדער גייט צו די וועבסייט און איר קענט עס תיכף זען.
געדענקט אבער, איר וועט דארפען ווארטען נאך א יאר צו באקומען נאכאמאל.


עצה: עפענען א פלעשל ביר מיט א ... פאפיר

איר ווילט עפענען א פלעשל ביר און איר האט נישט קיין עפענער?
נישט געזארגט, מען קען עס עפענען מיט א פאפיר.

אט איז ווי אזוי

Sunday, June 3

קאנסומער אלערט: מים חיים ספרינג וואסער ארויף מיט די פרייז

מענטשן וואס קויפען מים חיים ספרינג וואסער ווייל עס איז ביליגער ווי די ברענד נעימס, נעמט אין אכט, לויט די יעצטיגע פרייז העכערונג איז מים חיים טייערער פון Poland מיט בערך צען סענט.

הערה: קען זיין אז עפ"י הלכה דארף מען נאך אלץ קויפען ביי א יוד. פרעגט א מורה הוראה.

מקור: באקומען אין אימעיל.

עצה: אראפשלינגען א טאבלעט (Pill)


א טייל מענטשן האבן שוועריקייטן אראפצושלינגען טאבלעטן, איז דא דערויף א פשוטע עצה,

מען נעמט אריין די טאבלעט אין מויל

מען פילט אן די מויל מיט וואסער

מען בייגט דעם קאפ אויף פאראויס

מען שלינגט עס אראפ.


די חכמה איז, אז אנדערש ווי די אינסטינקט וואס נייגט דעם מענטש צוריקצובייגען די קאפ אויף ארינטער, מיינענדיג אז אזוי טרייבט מען עס אריין אין האלז, בייגט מען עס אויף פאראויס אזוי קומט אויס אז די טאבלעט שווימט אין די וואסער אנשטאט ליגען אויף די צינג.

Wednesday, May 30

Microsoft Surface


מייקראסאפט האט היינט פראקלאמירט די ערשיינונג פון "מייקראסאפט סורפעיס" עס איז א טישל מיט א הערליכע סקרין אויפן פלאך, און מען קאנטרעלירט עס מיט די הענט. אזוי אויך לייענט עס ספעציעלע באר קאודס, און די מעגליכקייט זיך צו פארבינדען דראטלאז (wireless)צו פארשידענע דעווייסעס, .
די מעגליכקייטען זענען ענדלאז, די חידוש איז בעיקר אז עס זעט די האנט באוועגונג דאורך קאמערעס און נישט דורך פילען (הרגש), אזוי ארום פארשטייט עס ווען מען רירט עס אן אויךף עטליכע פלעצער אויפאמאל, אנדערש ווי א געווענליכע פאלם (Palm). דאס ערמעגליכט מער א נאטורליכערע און ווירקזאמערע נעוויגאציע.

דא איז א קורצע קליפ ווי די מייקראסאפט פארזיצער, און די וועלטס רייכסטע מענטש Bill Gates, צייגט די מעגליכקייטען פאר א רעפארטער.







נאך א ווידעאו




Tuesday, May 29

וועב: גוגל לייגט צו מעכטיגע פיטשער צו "גוגל מעפס" Street View

זענען אייך די בילדער קענטליך?
ניין איך האב עס נישט אליין געכאפט, עס איז פון Google Maps
!
גוגל ריעט נישט איין, נאכדעם וואס Microsoft און אנדערע האבן זיי נאכגעמאכט מיטן צושטעלן סאטעלייט בילדער, איז יעצט גוגל געגאנגען מיט א טריט פאראויס, די פיטשער הייסט Street View, עס איז אוועליבעל ביזדערווייל נאר אין עטליכע גרויסע שטעט איינע פון זיי איז ניו יארק.
עס איז אומגלויבליך! עס קוקט אןיס ווי מען פארט און יענע גאס, און דערביי קען מען זיך ארומדרייען און כאפן א בליק ארום און ארום. די בילדער נעמט אריין גאנצע 360 דעגרי!
גייט צו גוגל מעפס, און וועלט אויס Street View , די גאסן וואס זענען אוועליבעל זענען אנגעצייכענט אראנדזש.אין וויליאמסבורג זענען אוועליבעל די לי און בעדפארד עוועניוס ווי אויך די Brooklyn Queens Expw. און די Williamsburg Bridge .
און בארא פארק איז עוועליבעל נאר ניו יוטריק, און סיגעיט (צווייטע בילד)זענען זיי געבליבען שטיין ביים טויער (זיי האבן נישט געוויסט אז מען קען זאגן פארן שומר אז מען גייט צו ביקור חולים :) )







ברוך הבא אנאליזירער

מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן אונזערע לייענער אז "אנאליזירער" מנהל פון די פורום "היי טעק" האט באוויליגט צו ווערן א מיטארבייטער אויף די בלאג, און וועט מפעם לפעם שרייבן דא, און וועט אי"ה מהנה זיין דעם עולם מיט זיינע ברייטע ידיעות.

ווי אויך ווילן מיר דא אויסדרוקען א דאנק פאר "אנאליזירער" פארן אוועקגעבן צייט און כח לתועלת הציבור.

אגב: מיר זיכען אריינצובאקומען נאך שרייבער, פאראינטערעסירטע ביטע שרייבן אונז אין אימעיל

Sunday, May 27

נייעס: Space X



העכסט אינטערעסאנטע באשרייבונג איבער די נייע פירמע "ספעיס עקס" זייער וויזיע אין פלענער. זייער רעוואלציונערישע מהלך (ענליך צו גוגל), עטליכע הצלחות און דורכפעלער.
און איבער די פירער און מייסד, וואס האט אויך געגרינדעט "פעי פאל" און אנדערע וועב ביזנעסער.

נאסא און דארפא(די פארשונג פליגל פון די אמעריקאנער ארמיי) שטייען און שטוינען.

געשריבען אין א ציענדע לייכטע שפראך.


ארטיקל (ענגליש)

אימעיל: גוגל העכערט די אטעטשמענט סייז אין גי'מעיל צו צוואנציג מ"ב

גוגל טוט נאכאנאנד פארבעסערן זייער אויסגעצייכענטע וועב-בעיסד אימעיל "Gmail" . יעצט האבן זיי געדאפעלט די אטעטשמענט סייז פון 10 MB צו צוואנציג MB.
אפשר אזוי וועט איר שנעלער קענען אנפילן די קרוב צו דריי GB סטארידזש וואס Gmail שטעלט צו.
עס קען גוט צוניצקומען פאר די וואס נוצען Gmail ווי א Backup System

אויב ווילט איר באקומען א אומזיסטיגע Gmail Account קוקט אין די אויבערשטע קעסטל פאר פרטים

Sunday, May 20

דעזיין: אדאבי-מאקראמידיע פריהענד'ס לעבן קומט צו א סוף

עס איז נישט קיין איבעראשונג, פארט איז עס יעצט עמטליך, אדאבי האט געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט פראדוצירען קיין אפדעיטס פאר די פאפולערע "פריהענד" פראגראם.
אדאבי האט באקומען פריהענד ווען זיי האבן אפגעקויפט די בארימטע מאקראמידיע פירמע (די ארגינעלע פראדוצירע פון פלעש , דרימוויווער, און נאך בארימטע פראגראמען און טעכנאלאגיעס)
יעצט האבן זיי געלאזט פאלן פריהענד און זענען ממשיך מיט זייער אייגענע מער פארגעשריטענע "אדאבי איליוסטרעטאר", א טייל פון די "אדאבי קריעטיוו סוויט 3".

טראץ דעם וואס איליוסטרעטאר הייסט מער פארגעשריטן, האט פריהענד אירע מעלות, זי לאזט איבער טויזענטער געטרייע דעזיינערס איבער די וועלט , וואס קענען זיך שווער געזעגענען

מער אינפארמאציע אויף אויף דזשאן נעקס בלאג (
Senior Product Manager, Adobe Photoshop(

Thursday, May 17

גוגל: גוגל רעפארמירט די סיערטש בלאט


גוגל רעפארמירט די סיערטש בלאט , א זאך וואס זיי האבן שוין נישט געטון און יארן!
מיטוואך האבן זיי צוגעלייגט און די רעזולטאטאן בלאט אויבן אויף די לינקע זייט, פילע לינקס צו בילדער, ווידעאו, נייעס, גימעיל, בלאגס, ביכער, פאטענטן, און נאך, מיט איין קליק קענט איר זען רעזולטאטן פאר א געוויסע טערמין און די אלע אפטיילונגען, זיי זאגן אז בקרוב וועט נאכפאלגען נאך מער אפציעס.

גוגל


א וואך צוריק האבן זיי צוגעלייגט די אפציע וואס זיי רופען "איי גוגל" א לינק צו דעם קענט איר טרעפן אויף די רעכטע זייט גאנץ אויבן, מען האט דארט א מעגליכקייט צו פערסאנאלזירן דעם בלאט מיט הינדערטער פענסטערלך וואס זיי רופען Gadgets ווי קאלענדערס , נאוטס, נייעס וכדומה.
עס איז נאך א טריט אינעם ריכטונג פון אריבערפירן דעם דעסקטאפ אינעם וועב בראוזער.

איי-גוגל