Showing posts with label Apple עפל. Show all posts
Showing posts with label Apple עפל. Show all posts

Tuesday, June 12

נייעס: SAFARI אויף ווינדאוס!

Steve Jobs CEO פון Apple האט אין זיין נעכטיגע קינאוט רעדע ביי די עפל דעוועלאפערס קאנפרענץ אין קאלעפארניע , צווישען אנדערע גאר אינטערעסאנטע פרטים געמאלדען אז עפל וועט פראדוצירען א ווערסיע פון די Safari בראוזער אויך פאר ווינדאוס !

ער האט אויך געוויזען רעזולטאטען פון בענטשמארק טעסטס אז סאפארי איז מער ווי צוויי מאל אזוי שנעל ווי Internet Explorer 7 ווי אויך אביסעל שנעלער פון פייערפאקס.

עס איז שוין יעצט אוועליבעל ווי א בעטא דאונלאעד, פרובירט עס אויס, און לאזט הערן אייער מיינונג אין די קאמענטארען.

סאפארי

Tuesday, May 8

מיינונג: 10 סיבות פיינט צו האבען עפל

ענדליך.... עס איז בכלל נישט קיין זעלטענהייט צו טרעפן מייקראסאפט קריטיקירער, אדרבא, די וועב איז פיל דערמיט, יעדער מאן דהוא טראגט זיך ארום מיט א זאק פון טענות ומענות אויף ביל געיטס(אפשר קנאה?) משא"כ עפל וואגט זיך קיינער נישט צו קריטקירען, ווייל זיי זענען דאך א רחמנות, מייקראסאפט דריקט זיי אינטער, והא ראי' זיי האבען נאר 3% פון די מארקעט בעת מיקראסאפט האט 94% , דערפאר איז מיר געווען א חידוש צו טרעפן אין פי סי ווארלד מאגאזין א ליסטע פון צען סיבות פיינט צו האבן עפל.
לייענט און קאמענטירט.
צען סיבות