Tuesday, June 12

נייעס: SAFARI אויף ווינדאוס!

Steve Jobs CEO פון Apple האט אין זיין נעכטיגע קינאוט רעדע ביי די עפל דעוועלאפערס קאנפרענץ אין קאלעפארניע , צווישען אנדערע גאר אינטערעסאנטע פרטים געמאלדען אז עפל וועט פראדוצירען א ווערסיע פון די Safari בראוזער אויך פאר ווינדאוס !

ער האט אויך געוויזען רעזולטאטען פון בענטשמארק טעסטס אז סאפארי איז מער ווי צוויי מאל אזוי שנעל ווי Internet Explorer 7 ווי אויך אביסעל שנעלער פון פייערפאקס.

עס איז שוין יעצט אוועליבעל ווי א בעטא דאונלאעד, פרובירט עס אויס, און לאזט הערן אייער מיינונג אין די קאמענטארען.

סאפארי

5 קאמענטארן:

Anonymous said...

it is faster, but i don't like the overall feel

Anonymous said...

גראדע בין איך אנטי מייקראסאפט און שטארק פאר עפל
אבער ביי מיר איז עפעס ספארי אונגאנצן צופארן
לאמיר לייגן די שילד אויף ווינדאוס און ווארטן ביז נאך די בעטא אלי ירחם אפשר דעמאלט וועל איך זוכה זיין

Anonymous said...

זייער בעטעמטע אויסזען, אבער צו קליין אלעס, מען דארף זיך אנשטרענגען צו זען עפעס, כעל בלייבען מיט פייערפוקס אויף דערווייל

אנאליזירער said...

עס האט גענומען צווי שעה זייט און מומחים האבען שוין געטראפען עטליכע ערענסטע סעקיוריטי פעלערס אין סאפארי פאר ווינדאוס

Anonymous said...

ס'קראכט אין גרויסן