Wednesday, June 13

אימעיל: היסטארישע דורכברוך, יאהו אימעיל געבט אנלימיטעד סטארעדזש אומזינסט!



נאך עטליכע יאר וואס גוגל האט אנגעהויבען ארויפצוטרייבען די Storage Space ביי אימעיל, אין דערמיט גורם געווען אז אלע אנדערע ווי Yahoo און msn זאלען אויך פארמערן זייער Storage Space איז עס אין א קורצע צייט ארויף פון 4 MB צו עטליכע GB, (גוגל האלט היינט ביי 2.8 GB, יאהו האט ביז היינט געגעבן 1 GB) האט היינט יאהו געגעבן דעם גרעסטען שפרונג, פון היינט און ווייטער איז עס אנלימיטעד! דאס הייסט אז מען קען שוין האלטען אימעיל אן קיין שיעור, איר דארפט נישט אויסמעקן קיין אלטע אימעיל!
עס איז א צייכען אויף די נידעריגע דיסק פרייזען וואס האלטען אין איין פאלען, עס איז ערווארטעד אז די אנדערע וועלן עס נאכמאכען, אין אנדערע ווערטער, דיסק ספעיס איז שוין היינט נישט קיין פאקטאר.

2 קאמענטארן:

Anonymous said...

עס איז טאקע גרויסע נייעס, אבער למעשה בלייב איך ביי Gmail
עס איז אסאך בעסער ווי יאהו

Anonymous said...

פלוני
יאהו האט לעצטענס געטוישט די גאנצע אימעיל סיסטעם, פרוביר עס, איך גלייך עס מער ווי gmail