Showing posts with label Design דעזיין. Show all posts
Showing posts with label Design דעזיין. Show all posts

Sunday, May 20

דעזיין: אדאבי-מאקראמידיע פריהענד'ס לעבן קומט צו א סוף

עס איז נישט קיין איבעראשונג, פארט איז עס יעצט עמטליך, אדאבי האט געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט פראדוצירען קיין אפדעיטס פאר די פאפולערע "פריהענד" פראגראם.
אדאבי האט באקומען פריהענד ווען זיי האבן אפגעקויפט די בארימטע מאקראמידיע פירמע (די ארגינעלע פראדוצירע פון פלעש , דרימוויווער, און נאך בארימטע פראגראמען און טעכנאלאגיעס)
יעצט האבן זיי געלאזט פאלן פריהענד און זענען ממשיך מיט זייער אייגענע מער פארגעשריטענע "אדאבי איליוסטרעטאר", א טייל פון די "אדאבי קריעטיוו סוויט 3".

טראץ דעם וואס איליוסטרעטאר הייסט מער פארגעשריטן, האט פריהענד אירע מעלות, זי לאזט איבער טויזענטער געטרייע דעזיינערס איבער די וועלט , וואס קענען זיך שווער געזעגענען

מער אינפארמאציע אויף אויף דזשאן נעקס בלאג (
Senior Product Manager, Adobe Photoshop(

Monday, May 14

דאונלאעד: אובונטו סטודיא (לינוקס)


זענט איר א א "קריעטיוו פראפעסיאנעל" און איר ווילט מער נישט צאלען טויזענטערס פאר פראפעסינעלע פראגראמען פאר אודיאו ווידיאו און גראפיקס?
פרובירט אויס אובונטו סטודיאו, עס איז די באנוצער פריינדליכע אובונטו פלעוואר פון די לינוקס אפרעטינג סיסטעם מיט די בעסע אפען סאורס פראגראמען וואס איז עוויליבעל פאר די לינוקס אפרעטינג סיסטעם.
אויב איר זענט נישט באקוועם מיט אינסטולן מער ווי איין אפרעטינג סיסטעם אויף א הארד דרייו, ביטע פריווט עס אויף א אלטע קאמפיוטער אן קיין וויכטיגע אינפארמאציע, ווייל מען קען לייכט אפווישן די גאנצע הארד דרייו.

איר וועט דארפען דערצו א ליידיגע DVD
אובונטו סטודיאו

Sunday, April 29

דעזיין: דעזיינט א "פעפסי קאלע " קען



איר קענט דעזיינען א פעפסי קאלע קען , אויב אייער דעזיין ווער אויסגעקליבען, באקומט איר 10,000 דאלער, חוץ די "כבוד" אז עס וועט ערשיינען אויף מיליאנען קענס.
היימישע דעזיינערס וואס געבן אריין , קענען אונז שיקן א בילד, אין מיר וועלן עס דא מפרסם זיין (א זיכערע געווינס)

Wednesday, April 25

דעזיין: פארגלייכען פאנטס אנליין

די וועבזייטעל לאזט אייך פארגלייכען דריי פון א רייע פון פאפולערע פאנטס אין פארשידענע סייזעס, קאלירן און בעקגראונדס.
קען גאר גוט צוניצקומען פאר וועב דעזיינער און גראפיקער

ווי אויך קען מען דערנאך דאונלאדען די CSS פון א געוויסע סטיל
Typetester