Showing posts with label Google גוגל. Show all posts
Showing posts with label Google גוגל. Show all posts

Tuesday, May 29

וועב: גוגל לייגט צו מעכטיגע פיטשער צו "גוגל מעפס" Street View

זענען אייך די בילדער קענטליך?
ניין איך האב עס נישט אליין געכאפט, עס איז פון Google Maps
!
גוגל ריעט נישט איין, נאכדעם וואס Microsoft און אנדערע האבן זיי נאכגעמאכט מיטן צושטעלן סאטעלייט בילדער, איז יעצט גוגל געגאנגען מיט א טריט פאראויס, די פיטשער הייסט Street View, עס איז אוועליבעל ביזדערווייל נאר אין עטליכע גרויסע שטעט איינע פון זיי איז ניו יארק.
עס איז אומגלויבליך! עס קוקט אןיס ווי מען פארט און יענע גאס, און דערביי קען מען זיך ארומדרייען און כאפן א בליק ארום און ארום. די בילדער נעמט אריין גאנצע 360 דעגרי!
גייט צו גוגל מעפס, און וועלט אויס Street View , די גאסן וואס זענען אוועליבעל זענען אנגעצייכענט אראנדזש.אין וויליאמסבורג זענען אוועליבעל די לי און בעדפארד עוועניוס ווי אויך די Brooklyn Queens Expw. און די Williamsburg Bridge .
און בארא פארק איז עוועליבעל נאר ניו יוטריק, און סיגעיט (צווייטע בילד)זענען זיי געבליבען שטיין ביים טויער (זיי האבן נישט געוויסט אז מען קען זאגן פארן שומר אז מען גייט צו ביקור חולים :) )







Sunday, May 27

אימעיל: גוגל העכערט די אטעטשמענט סייז אין גי'מעיל צו צוואנציג מ"ב

גוגל טוט נאכאנאנד פארבעסערן זייער אויסגעצייכענטע וועב-בעיסד אימעיל "Gmail" . יעצט האבן זיי געדאפעלט די אטעטשמענט סייז פון 10 MB צו צוואנציג MB.
אפשר אזוי וועט איר שנעלער קענען אנפילן די קרוב צו דריי GB סטארידזש וואס Gmail שטעלט צו.
עס קען גוט צוניצקומען פאר די וואס נוצען Gmail ווי א Backup System

אויב ווילט איר באקומען א אומזיסטיגע Gmail Account קוקט אין די אויבערשטע קעסטל פאר פרטים

Thursday, May 17

גוגל: גוגל רעפארמירט די סיערטש בלאט


גוגל רעפארמירט די סיערטש בלאט , א זאך וואס זיי האבן שוין נישט געטון און יארן!
מיטוואך האבן זיי צוגעלייגט און די רעזולטאטאן בלאט אויבן אויף די לינקע זייט, פילע לינקס צו בילדער, ווידעאו, נייעס, גימעיל, בלאגס, ביכער, פאטענטן, און נאך, מיט איין קליק קענט איר זען רעזולטאטן פאר א געוויסע טערמין און די אלע אפטיילונגען, זיי זאגן אז בקרוב וועט נאכפאלגען נאך מער אפציעס.

גוגל


א וואך צוריק האבן זיי צוגעלייגט די אפציע וואס זיי רופען "איי גוגל" א לינק צו דעם קענט איר טרעפן אויף די רעכטע זייט גאנץ אויבן, מען האט דארט א מעגליכקייט צו פערסאנאלזירן דעם בלאט מיט הינדערטער פענסטערלך וואס זיי רופען Gadgets ווי קאלענדערס , נאוטס, נייעס וכדומה.
עס איז נאך א טריט אינעם ריכטונג פון אריבערפירן דעם דעסקטאפ אינעם וועב בראוזער.

איי-גוגל

Wednesday, May 9

וועב דעזיין: גוגל טוט אפדעיטן "וועב אנעליטיקס"


גוטע נייעס פאר וועב מייסטערס, גוגל האט אפדעיטעד זייער טאפ אוו די ליין "וועב אנעליטיקס" מיט א גרינגערע אויסזען, וואס איז געווען א היבשע חסרון אין די פריערדיגע ווערסיע. ווי אויך עטליכע נייע פיטשערס.
גוגל אנעליטיקס
וואס נוצט איר צו האלטען חשבון אויף אייער זייטעל? ביטע קאמענטירט .