Tuesday, May 29

וועב: גוגל לייגט צו מעכטיגע פיטשער צו "גוגל מעפס" Street View

זענען אייך די בילדער קענטליך?
ניין איך האב עס נישט אליין געכאפט, עס איז פון Google Maps
!
גוגל ריעט נישט איין, נאכדעם וואס Microsoft און אנדערע האבן זיי נאכגעמאכט מיטן צושטעלן סאטעלייט בילדער, איז יעצט גוגל געגאנגען מיט א טריט פאראויס, די פיטשער הייסט Street View, עס איז אוועליבעל ביזדערווייל נאר אין עטליכע גרויסע שטעט איינע פון זיי איז ניו יארק.
עס איז אומגלויבליך! עס קוקט אןיס ווי מען פארט און יענע גאס, און דערביי קען מען זיך ארומדרייען און כאפן א בליק ארום און ארום. די בילדער נעמט אריין גאנצע 360 דעגרי!
גייט צו גוגל מעפס, און וועלט אויס Street View , די גאסן וואס זענען אוועליבעל זענען אנגעצייכענט אראנדזש.אין וויליאמסבורג זענען אוועליבעל די לי און בעדפארד עוועניוס ווי אויך די Brooklyn Queens Expw. און די Williamsburg Bridge .
און בארא פארק איז עוועליבעל נאר ניו יוטריק, און סיגעיט (צווייטע בילד)זענען זיי געבליבען שטיין ביים טויער (זיי האבן נישט געוויסט אז מען קען זאגן פארן שומר אז מען גייט צו ביקור חולים :) )







6 קאמענטארן:

Anonymous said...

WOW

אדמיניסטראטאר said...

שכוח אנאליזירער, קוקענדיג אויף וויליאמסבורג האב איך באמערקט אז עס איז גענומען געווארן שבת, אלע געשעפטן זענען צוגעמאכט

willy said...

ווען וועט מען קענען זען די גאסן לייו?

משה said...

שכוח,
עס קען זייער גוט צוניצקומען,אפגערעדט פון אינטערעסאנטקייט

Lutzi said...

wow what else could thay see a pached a shrek

ien roah its really time for chesbon hanefesh

Anonymous said...

אינטערסאנט איז אז זיי האבן אויך בילדער פון בעטערי טונעל און וויליאמסבורג בריק כאטש אפי' עס איז דא א מודעה אז קעמערעס זענען פארבאטן