Wednesday, June 27

באטערי עצות

אמאל מאכט זיך (ספעציעל אין קאנטרי) אז מען דארף א געוויסע באטערי, אבער מען האט נאר א צווייטע סארט. מיט אביסל מחשבה קען מען זיך א עצה געבן.

דא וועט איר זען וויאזוי איר קענט ארויסבאקומען פון איין 9 Volt זעקס AAA באטעריס!

פאר די וואס האבען ליב צו פארשטיין: א 9 Volt Battery גיבט ארויס 9 וואלטס, א AAA גיבט ארויס 1.5 , אבער די קליינע באטעריען וואס ליגען אין די 9 Volt זענען נאר 1.5 each , נאר צוזאמען גיבן זיי ארויס 9 volts 6 X 1.5 = 9 .

אין די בילד קענט איר זען וויאזוי מען קען ניצען C batteries אנשטאט D Batteries. פיל אויס די ליידיגע פלאץ מיט מטבעות אדער א אנדערע מאטריאל וואס פירט אריבער עלעקטעריק, ווי צבש"פ זילבער פאפיר.


6 קאמענטארן:

Anonymous said...

מעגסט ווען אנהייבן מער צו שרייבן, לעצטנס פאנפעסטו אונטער

אדמיניסטראטאר said...

וויל עס קוקט אויס טויט, דער עולם קאמענטירט נישט, ווי אויך זיכען מיר נאך שרייבער

Anonymous said...

גם אני מצטרף, אז דו זאלסט זיך נעמען צו שרייבן מער , לעצטנס ביסטו שטיל... וואס האסטו געקלערט פון אנהייב? אז דו וועסט האבן מער צייט? און וואס איז געשען נאכדעם?

Anonymous said...

דער איז פשוט א שרעק!

ער מאכט זיך נישט וואוסענדיג!

האלאו?

זיי אונז ווייטער מחיה, דו קענסט עס נישט איבערלאזן!

ווער עס קען זאל זיך אנרופן דא און אים בעטן ווייטער צו ממשיך זיין

Anonymous said...

אז דו ווילסט בין איך מסכים צו שרייבן מזמן לזמן

אדמיניסטראטאר said...

אדרבא ר' פאקט
פארבינדט אייך ביטע דורך די אימעיל

practicalnewsandinfo@gmail.com