Monday, May 14

דאונלאעד: אובונטו סטודיא (לינוקס)


זענט איר א א "קריעטיוו פראפעסיאנעל" און איר ווילט מער נישט צאלען טויזענטערס פאר פראפעסינעלע פראגראמען פאר אודיאו ווידיאו און גראפיקס?
פרובירט אויס אובונטו סטודיאו, עס איז די באנוצער פריינדליכע אובונטו פלעוואר פון די לינוקס אפרעטינג סיסטעם מיט די בעסע אפען סאורס פראגראמען וואס איז עוויליבעל פאר די לינוקס אפרעטינג סיסטעם.
אויב איר זענט נישט באקוועם מיט אינסטולן מער ווי איין אפרעטינג סיסטעם אויף א הארד דרייו, ביטע פריווט עס אויף א אלטע קאמפיוטער אן קיין וויכטיגע אינפארמאציע, ווייל מען קען לייכט אפווישן די גאנצע הארד דרייו.

איר וועט דארפען דערצו א ליידיגע DVD
אובונטו סטודיאו

Thursday, May 10

אימעיל: אויסגעצייכענטע און איינפאכע לייזונג צו רעדוצירן ספעם



יעדער איינער מוטשעט זיך מיט ספעם, עס איז דא פארשידענע מיטלען, אבער רוב פון זיי טוען נישט מבחין זיין בין רע לטוב, און עלימינירען גוטע אימעיל אויך.

דא האט איר א איינפאכע פארטל, וואס ארבייט ווינדערליך, היות רוב ספעם קומט פון דריטע וועלט לענדער, און איר וועט מן הסתם קיינמאל נישט באקומען פון דארט לעגעטימע אימעיל, בלאקירט אימעיל פון יענע לענדער.

און מייקראסאפט אוטלוק (Outlook) גייט צו
Actions > Junk E-Mail > Junk E-Mail Options
קליקט אויף די International טעב
דערנאך די Blocked Top-Level Domain List קנעפל.
יעצט מאכט א טשעק ביי די לענדער וואס איר ווילט בלאקירן

Wednesday, May 9

וועב דעזיין: גוגל טוט אפדעיטן "וועב אנעליטיקס"


גוטע נייעס פאר וועב מייסטערס, גוגל האט אפדעיטעד זייער טאפ אוו די ליין "וועב אנעליטיקס" מיט א גרינגערע אויסזען, וואס איז געווען א היבשע חסרון אין די פריערדיגע ווערסיע. ווי אויך עטליכע נייע פיטשערס.
גוגל אנעליטיקס
וואס נוצט איר צו האלטען חשבון אויף אייער זייטעל? ביטע קאמענטירט .

Tuesday, May 8

מיינונג: 10 סיבות פיינט צו האבען עפל

ענדליך.... עס איז בכלל נישט קיין זעלטענהייט צו טרעפן מייקראסאפט קריטיקירער, אדרבא, די וועב איז פיל דערמיט, יעדער מאן דהוא טראגט זיך ארום מיט א זאק פון טענות ומענות אויף ביל געיטס(אפשר קנאה?) משא"כ עפל וואגט זיך קיינער נישט צו קריטקירען, ווייל זיי זענען דאך א רחמנות, מייקראסאפט דריקט זיי אינטער, והא ראי' זיי האבען נאר 3% פון די מארקעט בעת מיקראסאפט האט 94% , דערפאר איז מיר געווען א חידוש צו טרעפן אין פי סי ווארלד מאגאזין א ליסטע פון צען סיבות פיינט צו האבן עפל.
לייענט און קאמענטירט.
צען סיבות

Sunday, May 6

דאונלאעד: "סוויטש איט"

פרייע נוצליכע פראגראם: וויפיל מעטער איז א מייל? וויפיל פערנהייט איז 30 סעלסיוס? וויפיל סקווער פוס איז אין א עיקער?
Switch It! פארגלייכט אלע סארט מאסען, ענערגיע, צייט,וואג, קאמפיוטער באגריפען און נאך. פריער אדער שפעטער וועט עס אייך צוניצקומען, גאראנטירט.

דאונלאועד Switch It!

ווייסט איר פון א בעסערע פראגראם? ביטע קאמענטירט!

Friday, May 4

נייעס: דעלל וועט אפפערן קאמפיוטערס, פריאינסטולד מיט לינוקס



לינוקס פארשריט: דעלל האט געמאלדן אין זייער בלאג אז זיי גייען בקרוב אנהייבן צו פארקויפן קומפיוטערס מיט די "אובונטו" (ubuntu) ווערסיע פון די בארימטע "לינוקס" פרייע אפרעטינג סיסטעם

עס איז א היסטארישע מאמענט, עס צייכענט אפ די פאפולערקייט וואס די פרייע "לינוקס" האט לעצטענס אנגעהויבען צו באקומען און די קאנסומער מארקעט, נאך יארען וואס עס איז בעיקר באנוצט געווארן אין די ביזנעס וועלט.
דעלל בלאג

Thursday, May 3

וועב: מייקראסאפט'ס "פלעש" מערדער, סילווערלייט !

מייקראסאפט האט דאך שוין א טבע אז פריער אדער שפעטער, וועלן זיי פרובירן נאכצומאכן יעדע מוצלח'דיגע טעכנאלאגיע, וואס אנדערע פירמעס ערצייגען. יעצט איז געקומען די ריי אויף אדאבי'ס פלעש טעכנאלאגיע.
נאך יארען וואס "פלעש" איז געווען די דע פאקטא "פרעימווארק" צו בויען מולטימידיע און אינטעראקטיווע וועב זייטלעך, האט מייקראסאפט געמאלדן די וואך די ערשיינונג פון "סילווער לייט" עס איז - גלייך ווי פלעש- אומאפהענגיג און די אפערעטינג סיסטעם, עס ארבעט און סיי וועלכע פאפיולערע "וועב בראוזער" .
עס איז יעצט מעגליך צו דאונלאדען א "בעטא" ווערסיע.

לאזט הערן אייער מיינונג, וועט מייקראסאפט מצליח זיין אאפצו'הרג'נען פלעש?
מייקראסאפט סילווערלייט


Sunday, April 29

דעזיין: דעזיינט א "פעפסי קאלע " קען



איר קענט דעזיינען א פעפסי קאלע קען , אויב אייער דעזיין ווער אויסגעקליבען, באקומט איר 10,000 דאלער, חוץ די "כבוד" אז עס וועט ערשיינען אויף מיליאנען קענס.
היימישע דעזיינערס וואס געבן אריין , קענען אונז שיקן א בילד, אין מיר וועלן עס דא מפרסם זיין (א זיכערע געווינס)

Wednesday, April 25

דעזיין: פארגלייכען פאנטס אנליין

די וועבזייטעל לאזט אייך פארגלייכען דריי פון א רייע פון פאפולערע פאנטס אין פארשידענע סייזעס, קאלירן און בעקגראונדס.
קען גאר גוט צוניצקומען פאר וועב דעזיינער און גראפיקער

ווי אויך קען מען דערנאך דאונלאדען די CSS פון א געוויסע סטיל
Typetester