Thursday, May 10

אימעיל: אויסגעצייכענטע און איינפאכע לייזונג צו רעדוצירן ספעם



יעדער איינער מוטשעט זיך מיט ספעם, עס איז דא פארשידענע מיטלען, אבער רוב פון זיי טוען נישט מבחין זיין בין רע לטוב, און עלימינירען גוטע אימעיל אויך.

דא האט איר א איינפאכע פארטל, וואס ארבייט ווינדערליך, היות רוב ספעם קומט פון דריטע וועלט לענדער, און איר וועט מן הסתם קיינמאל נישט באקומען פון דארט לעגעטימע אימעיל, בלאקירט אימעיל פון יענע לענדער.

און מייקראסאפט אוטלוק (Outlook) גייט צו
Actions > Junk E-Mail > Junk E-Mail Options
קליקט אויף די International טעב
דערנאך די Blocked Top-Level Domain List קנעפל.
יעצט מאכט א טשעק ביי די לענדער וואס איר ווילט בלאקירן

3 קאמענטארן:

Anonymous said...

עס קוקט נישט אויס שלעכט, איך נוץ אבער מאזילא טונדרבירד, איך זע נישט קיין וועג וויאזוי מען קען עס טון דארט

Anonymous said...

און איך נוץ אוטלוק עקספרעסס, און ס'זעט ויך נישט אויס ווי מ'קען דאס טוהן.

Anonymous said...

זעט אויס אז מען דארף האבן די געהעריגע אוטלוק